מיינע געדאנקען

וואס זענען מיינע געדאנקען? איך מוז פאר איינעם דערציילן מיינע מעשיות, מיינע מחשבות, מיינע געדאנקען, באמערקונגען, אויפפאסונגען און נאך.

?וואס האט דאס שטיקל פיש חוטא געווען

געשיקט געווארן דורך Gedank ב4/20/2005-10:38 AM
די פארגאנגענע וואך שבת בין איך געזעצן אין א קליין בית המדרש'ל ביי שלש סעודות, מיטהאלטנדיג אן אינטרעסאנטן ספעקטאל: אינמיטן טיש איז געווען א טעלער, און אינעם טעלער איז געווען א סלייס געמאלענע פיש. קודם איז אלעס צוגעגאנגען ווי געהעריג, איינער האט גענומען א שטיקל פיש, א צווייטער האט גענומען נאך א שטיקל, און אזוי איז די פיש געווארן אלס קלענער און קלענער.
אבער דאן האבן זיך אנגעפאנגען די פראבלעמען, "סאמטינג 'פישי' איז גאואינג אן" ווי מ'זאגט אויף ענגליש.
אינעם טעלער איז שוי ן בלויז געווען א פערטל פונעם סלייס, און יעדער האט מורא געהאט פונעם פיש. ד.ה. אזוי: איינער איז צוגעקומען, און אראפגעציפט בערך א צוויי-דריטל פונעם שטיקל, און געגאנגען ווייטער. דאן איז געקומען נאך איינער, און אראפגעציפט א האלבע פון וואס ס'איז געבליבן, וילך משם. און דאן איז געקומען נאך איינער און נאך איינער. יעדער האט אראפגענומען דעם אפיקומן - דעם גרעסערן העלפט - פונעם שטיקל וואס ס'איז געבליבן, און איבערגעלאזט דאס איבריגע אינעם טעלער. הפנים, יעדער האט זיך געשעמט צו נעמען דעם גאנצן שטיקל, ווייל מ'וויל דאך נישט זיין קיין חי"ת זי"ן רי"ש, און דערפאר האט מען נאר גענומען דעם רוב און נישט די גאנצע.
געענדיגט האט זיך עס, אז אינעם טעלער איז געבליבן בלויז א פיצינקע שטיקעלע פיש, וואס קיינער האט נישט געוואלט אויסלייזן פונעם טעלער, כדי נישט צו זיין דער וואס האט אויסגעליידיגט דעם טעלער. אויף אסאך פנימ'ער האט מען געזען אז זיי וואלטן געוואלט נעמען און עסן דאס שטיקל פיש - נישט ווייל זיי זענען הונגעריג, נאר פשוט אזוי - אבער זיי האבן דאס נישט געטאן מחמת אימתא דציבורא.
מ'האלט שוין ביי א-ל מסתתר, מ'זאגט שוין שיר המעלות, און קיינער האט נאכנישט צוגערירט צום לעצטן שטיקל פיש. מ'האט שוין אנגעפאנגען צו בענטשן, ס'איז שוין פארפאלן, קיינער וועט שוין דעם שטיקל פיש נישט עסן היינט.
האב איך גענומען דעם טעלער צו מיר און אנגעהויבן צו רעדן צום פיש: טייערער פישעלע, איך האף אז דו ביזט נישט ברוגז אויף די מענטשן, זיי האבן בלויז געוואלט זיין גוט-הארציגע און איבערלאזן עפעס פאר יענעם. נאטינג פערסאנעל, זיי האבן זיך נאר נישט געקענט ערלויבן אויסצוליידיגן דעם טעלער... איך האף אז מיין עלטער זיידע'ס נשמה איז נישט מגולגל אין דיר, טאמער יא זיידעניו, וועסטו מיר מוזן מוחל זיין, איך האב נישט געקענט זיין דער שלעכטער און אויפעסן דאס לעצטע שטיקל.
דער פיש איז - ווייזט אויס - נישט געווען קיין סקווערער אפשטאמיגער. ער האט מיר גארנישט געענטפערט...
האטס מיר און זייטס מיר.

א חידה לכבוד פסח

געשיקט געווארן דורך Gedank ב4/17/2005-4:40 PM
שאלה: ווער מאכט די מערסטע געלט פון די חמץ וואס מ'פארקויפט ערב פסח?
תשובה: דער דיין.
ווער ס'האט גוט געענטפערט, וועט קענען באקומען א טעיפ אויף פסח. מ'דארף בלויז צאלן 20 דאלאר פאר שיפינג און הענדלינג.
א גוטן טאג

צום פארקויפן

געשיקט געווארן דורך Gedank ב-4:35 PM
אין די קומענדיגע טעג גייט יעדער פארקויפן די חמץ.
שטעלט זיך א פראגע, פארוואס פארקויפט מען דעם חמץ פאר א גוי, אפשר איז דא א צווייטער איד וואס נויטיגט זיך דערין?
פארוואס ווען מ'גייט איינקויפן ביי א גוי, פארפירט מען אז מ'דארף שטיצן די אידישע ברידער, און ווען ס'קומט צום פארקויפן, פארקויפט מען בלויז פאר'ן גוי? איז דאס נישט קיין דיסקרימינאציע?
נאר וואס דען? איך האב געקלערט בדרך פשוט, אז מ'פארקויפט דאך די חמץ פאר א שפאט ביליגן פרייז, ממש פעניס. נו, מעג מען דען ארייננארן א איד און פארדינגען א גאנצע שטוב מיט א האלבע קיך פאר בלויז א קוואדער א וואך?
דערפאר האט מען מתקן געווען אז מ'זאל עס פארקויפן פאר א גוי, און אזוי ווי מיר פסק'נען דאך אז טעות עכו"ם איז מותר (פרעגט יעדן בחור אין סיי וועלכע ישיבה), ממילא איז שוין אלעס זייער גוט פארענטפערט.
זייט געזונט און פריש.

דער מצב פון סאדאם כוסעין - ביי יעדעם אין שטוב

געשיקט געווארן דורך Gedank ב-4:10 PM
ווער געדענקט דען נישט ווען מ'האט געכאפט סאדאם כוסעין אין א מויזן לאך? די מענטשן רעכט גרופעס זענען דאן געווען פארנומען אז מ'האט זיך נישט שיין באנומען צו אים, און אז די אמעריקאנער האבן אים שטארק געפייניגט.
ס'שטעלט זיך ארויס, אז אלע פרומע אידן מאכן מיט בערך די זעלבע אין די איצטיגע ערב פסח טעג. איך ווייס דאך נישט וואס טוט זיך ביי יענעם, וועל איך דערציילן וואס טוט זיך ביי מיר:
טאמער זוכט איר מיך און איר טרעפט מיך נישט, איז מסתמא די סיבה ווייל איך בין באהאלטן אין א מויזן לאך.
יא, שוין פון שבת החודש בין איך געצווינגען געווארן זיך צו באהאלטן אין א קליין לעכל, און בלויז דארט איז מיר ערלויבט געווארן צו עסן חמץ.
שבת עסט מען אין דעם קליינעם קיך, און פון מוצאי שבת מלוה מלכה ביז'ן קומענדיגן ערב שבת קוגל, ווערט די בעיסמענט פארוואנדלט אין אן עס-זאל.
אלע דריי (הלוואי) מאלצייטן ווערן סערווירט אין דעם מויזן לעכל הנקרא בעיסמענ"ט בלע"ז, ארום א קליינעם טישל מיט צעבראכענע פיסלעך, וואס האלט זיך אויף צוויי מילך קעסטלעך (פארפיר נישט, גאלדען פלאו, איך וועל עס צוריקגעבן גלייך נאך פסח) און א ברעט פון די סוכה.
פאריגן דאנערשטאג האב איך געהאט א פיינעם נאכטמאל, א פאטעיטא סאלאד מיט אייער (יא יא, איר האט צוגעטראפן, דאס זענען די צוויי מאכלים וואס מ'גיי מיר עסן אכט טעג אין א רייע, צוויי סעודות א טאג, אן אפשטעל). איך האף נאר אז מיין עלטער זיידע תרח'ס נשמה איז מגולגל געווארן אין פאטעיטא אדער אין אייער, אנדערש זעה איך נישט קיין סיבה פארוואס איך זאל דאס אלעס אריינפאקן אין מיר.
זייט מיר געזונט אויף דערווייל.

מיין פראבלעם

געשיקט געווארן דורך Gedank ב-11:36 AM

ווי איר זעהט אוודאי, האב איך פראבלעמען מיט'ן שרייבן אידיש. דאס טייטש אזוי, אלעס גייט געשמירט, אבער ווען ס'קומט צו פינטעלעך און שטרעכעלעך און פראגע צייכענעס, מאכן זיי א בואי בשלום און שטעלן זיך אנפאנג שורה, אנשטאט צו זיין א מכיר את מקומו און זיך שטעלן ביים ענדע שורה.

כזה.

.אבער נישט כזה
קען מיר איינער העלפן?
?קען מיר איינער העלפן
(דאס מאל האב איך עס געמאכט מיט א טריק, אבער מ'קען דאך נישט אזוי אנגיין...)

ביטע העלפט מיר!

?וואס זענען מיינע געדאנקען

געשיקט געווארן דורך Gedank ב-10:44 AM

שוין א יאר צייט וואס איך זוך מיין חבר, ווייל איך וויל אים זאגן א גוטס וואס איך האב נעכטן געהערט. איך גיי אים נישט קאלן וועגן דעם, ווייל איך האב נישט קיין איבריגע מינוטן, און איך גיי אים נישט שיקן קיין אי-מעיל, ווייל איך האב נישט קיין געדולד דערצו. אלזא, וואס טוט מען? איך האב נעכטן באמערקט ווי איינער פארקט קרום ביי די מאלל, רעדט הויך זיינע שטותים אויפ'ן סעלפאון, פאלט אראפ און צערייסט זיך די הויזן, באקומט א טיקעט פאר'ן גארנישט טאן, עסט טשאלענט מיט די הענט, בלינקט נישט ביים זיך דרייען א רעכטס, אדער גייט מיט א שמוציגן רעקל. מוז איך דאך פאר איינעם דערציילן מיינע מעשיות, נישט אזוי? בין איך דערפאר אויפגעקומען מיט א וואזשנע המצאה. איך וועל עפענען דעם בלאג, און זיך נעמען שרייבן. איז אזוי: איך גיי קיינעם נישט צווינגען דאס צו ליינען, און קיינער מוז נישט מסכים זיין צו מיר. אבער דא אין מיין בלאג בין "איך" בעל הבית, און איך וועל שרייבן וואס ס'שמעקט מיר. ס'איז גארנישט טאמער קיינער וועט עס נישט ליינען, ווייל איך וועל עס אליין ליינען. טאמער איך וועל זעהן א גוטס, וועל איך אליין לאכן. טאמער וועל איך ליינען אז איינער האט זיך גע'גט, וועל איך זיך משתתף זיין בצערו (אדער בשמחתו). איך וועל קיינעם נישט צווינגען אנצונעמען מיין געדאנקען גאנג, אויסער מיך אליין.