מיינע געדאנקען

וואס זענען מיינע געדאנקען? איך מוז פאר איינעם דערציילן מיינע מעשיות, מיינע מחשבות, מיינע געדאנקען, באמערקונגען, אויפפאסונגען און נאך.

דער מצב פון סאדאם כוסעין - ביי יעדעם אין שטוב

ווער געדענקט דען נישט ווען מ'האט געכאפט סאדאם כוסעין אין א מויזן לאך? די מענטשן רעכט גרופעס זענען דאן געווען פארנומען אז מ'האט זיך נישט שיין באנומען צו אים, און אז די אמעריקאנער האבן אים שטארק געפייניגט.
ס'שטעלט זיך ארויס, אז אלע פרומע אידן מאכן מיט בערך די זעלבע אין די איצטיגע ערב פסח טעג. איך ווייס דאך נישט וואס טוט זיך ביי יענעם, וועל איך דערציילן וואס טוט זיך ביי מיר:
טאמער זוכט איר מיך און איר טרעפט מיך נישט, איז מסתמא די סיבה ווייל איך בין באהאלטן אין א מויזן לאך.
יא, שוין פון שבת החודש בין איך געצווינגען געווארן זיך צו באהאלטן אין א קליין לעכל, און בלויז דארט איז מיר ערלויבט געווארן צו עסן חמץ.
שבת עסט מען אין דעם קליינעם קיך, און פון מוצאי שבת מלוה מלכה ביז'ן קומענדיגן ערב שבת קוגל, ווערט די בעיסמענט פארוואנדלט אין אן עס-זאל.
אלע דריי (הלוואי) מאלצייטן ווערן סערווירט אין דעם מויזן לעכל הנקרא בעיסמענ"ט בלע"ז, ארום א קליינעם טישל מיט צעבראכענע פיסלעך, וואס האלט זיך אויף צוויי מילך קעסטלעך (פארפיר נישט, גאלדען פלאו, איך וועל עס צוריקגעבן גלייך נאך פסח) און א ברעט פון די סוכה.
פאריגן דאנערשטאג האב איך געהאט א פיינעם נאכטמאל, א פאטעיטא סאלאד מיט אייער (יא יא, איר האט צוגעטראפן, דאס זענען די צוויי מאכלים וואס מ'גיי מיר עסן אכט טעג אין א רייע, צוויי סעודות א טאג, אן אפשטעל). איך האף נאר אז מיין עלטער זיידע תרח'ס נשמה איז מגולגל געווארן אין פאטעיטא אדער אין אייער, אנדערש זעה איך נישט קיין סיבה פארוואס איך זאל דאס אלעס אריינפאקן אין מיר.
זייט מיר געזונט אויף דערווייל.
| פריערדיגע »

לייג צו א קאמענטאר