מיין פראבלעם
ווי איר זעהט אוודאי, האב איך פראבלעמען מיט'ן שרייבן אידיש. דאס טייטש אזוי, אלעס גייט געשמירט, אבער ווען ס'קומט צו פינטעלעך און שטרעכעלעך און פראגע צייכענעס, מאכן זיי א בואי בשלום און שטעלן זיך אנפאנג שורה, אנשטאט צו זיין א מכיר את מקומו און זיך שטעלן ביים ענדע שורה.
כזה.
.אבער נישט כזה
קען מיר איינער העלפן?
?קען מיר איינער העלפן
(דאס מאל האב איך עס געמאכט מיט א טריק, אבער מ'קען דאך נישט אזוי אנגיין...)
ביטע העלפט מיר!
« הויפט בלאט | פריערדיגע »
Anonymous:
טאמער קוקסטו נאכאמאל דיין בלאג ביטע זיי מפרסם צו די האסט שוין א לעיזונג תודה !!! אנטשולדיגט עברית מעסארי
11:17 AM
Gedank:
יא, איך קוק נאך אמאל מיין בלאג, אבער ליידער זעה איך נישט אז אנדערע זאלן עס קוקן.
איך האב נאך דערווייל נישט געטראפן קיין לעזונג, ואתך הסליחה.
6:00 PM
Gedank:
ב"ה אז ס'ארבעט שוין.
ווער ס'דארף נאך הילף, קען זיך ווענדן צו מיר.
לייג צו א קאמענטאר