מיינע געדאנקען

וואס זענען מיינע געדאנקען? איך מוז פאר איינעם דערציילן מיינע מעשיות, מיינע מחשבות, מיינע געדאנקען, באמערקונגען, אויפפאסונגען און נאך.

א נייע אויסגאבע - קורץ און שארף

יא יא, איר לייענט גוט. אזוי ווי ס'איז ליידער דא א מאנגל אין צייטונגען, גרייט איך מיך ארויסצוגעבן א פרישע צייטונג!
איי, וועט איר דאך פרעגן, וואס איז נישט גענוג די צייטונגען וואס פארפלייצן די גאס ביז היינט?
וועל איך אייך זאגן.
ווען איך נעם היינט אריין א צייטונג אין די האנט, שאפט מיר דאס קאפ וויי. דער צייטונג באשטייט פון 100 אדער מער זייטלעך, האלב דערפון איז אדווערטייזמענטס און די אנדערע האלבע איז נייעס און ארטיקלען.
ס'איז זייער שווער צו האלטן אזא גרויסן צייטונג אין די האנט זיצנדיג אין ביה"כ, אבער וואס טוט מען נישט פאר אביסל נייגעריגקייט נאך נייעס.
אלזא, מ'פאנגט אן צו ליינען.
דער פלוני אלמוני'דיגער רבי שליט"א איז געקומען ניו יארק. ער איז אנגעקומען דינסטאג 8:18 מיט פלייט נומער 348 פון אמעריקען עירליינס, ס'האבן אים אפגעווארט 73 מענטשן, צווישן זיי 15 קינדער אונטער 13 און 17 בחורים צווישן 18 א האלב און צוואנציג און א פערטל יאר אלט. דער רבי איז געפירט געווארן - מיט גרויס כבוד, ווי פארשטענדליך - צו א 99' בלויע מערצעדעס קאר וואס האט אים דארט אפגעווארט, און איז געדרייווט געווארן דורך הרה"ח ר' חשוב'ער איד שליט"א, א זון פון דעם און אן איידעם פון יענעם, און אן אייניקל פון דעם באקאנטן חסיד ותיק נחמד ונעים.
הפנים, דער רבי איז געפארן 35 מינוט אויפ'ן ראוד, ביז ער איז אנגעקומען צום עקזיט, און דער דרייווער האט נישט געוואוסט וואו צו פארן. זיי האבן אפגעשטעלט א פאליציי מאן, און אים געפרעגט די אנווייזונגען אנצוקומען קיין ניו יארק.
הכלל........
איר כאפט מיין פינטל, אדער נאכנישט?
איך האב שוין אפגעלייענט צוויי גאנצע פאראגראפן, אבער איך ווייס נאך אלץ נישט פארוואס איז דער רבי געקומען, ווילאנג וועט ער דא זיין, ביי וועמען איז ער געווען וכו'.
און פארוואס איז דאס אזוי?
ווייל די דאזיגע שרייבער באקומען באצאלט לויט'ן סכום אותיות וואס זיי ברעכן אויס, ממילא זוכן זיי צו מאכן די נייעס ווי לענגער.
אלעס זייער פיין און וואויל, אבער וואס בין איך שולדיג?
אלזא, האב איך באשלאסן צו עפענען מיין אייגענעם צייטונג. דער צייטונג וועט געדרוקט ווערן טאקע דא אויף אונזער וועב-זייטל, און מיר וועלן דרוקן גענוי אזויפיל עקזעמפלארן וויפיל ליינער ס'וועט זיין.
מיר בעטן די אלע וואס זענען מסכים צו אונזער פלאן, זאלן אויפהייבן די האנט אדער זאגן "יעי". די וואס זענען נישט מסכים, זאלן ביטע זיין שטיל כדי נישט צו שטערן די ארדענונג.
פאלגענד איז א סעמפל פון אונזער אויסגאבע:
דער תו"א רבי איז געקומען אויף אמעריקע פאר דריי טאג, צו שאפן געלט פאר זיינע מוסדות. ער האט געמאכט פופציג טויזנט דאלאר און איז אהיימגעפארן.
פרעזידענט בוש האט געווינען ווידערוויילונג מיט 53 קעגן 47 פראצענט. זיין קעגנער איז געווען דזשאן קערי, סענאטאר פון מאסאטשוסעטס.
ס'איז געווען א באמבע אין איראק. 3 טויטע און 14 פארוואונדעטע. קיינער האט נאכנישט גענומען פאראנטווארטליכקייט.
טאני בלעיר האט געווינען די וואלן אין ענגלאנד. ער וועט ווייטער זיין דער פרעמיער מיניסטער.
א טראק אויף רוט 17 האט זיך איבערגעדרייט, דער דרייווער איז ארויס לייכט פארוואונדעט.
וכו' וכו' וכו'
איר כאפט וואס איך מיין?
כשמו כן היא, קורץ און שארף!
ווער איז אינטרעסירט צו ליינען די אלע זייטיגע נארישע דעטאלן?
איי, וועט איר דאך פרעגן געוויס, וויאזוי וועלן מיר זיך אויסהאלטן, אז מיר האבן נישט קיין הכנסות?
זייער פשוט: מיר האבן נישט קיין הוצאות! ס'קאסט אונז נישט קיין "אווערהעד" און קיין שרייבערס, מיר דארפן נישט געבן קיין קאמישאן פאר די גראסעריס, מיר דארפן נישט אויפהאלטן קיין דרוק מאשינען, און דערפאר קענען מיר פונקציאנירן גענצליך אומזיסט.
אלזא, גארטלט אייך אן. אט באלד קומט אונזער ערשטע אויסגאבע, ברוב פאר והדר. מאכט זיכער צו ליינען די נייעס, און האט הנאה!
| פריערדיגע »
| פריערדיגע »
| פריערדיגע »
| פריערדיגע »
| פריערדיגע »

לייג צו א קאמענטאר